Categories
Audio Sources - Full Text Articles

Folk magic workshops and klezmer music at 2022 Yiddish New York Festival

Screenshot-2022-11-10-at-10.22.40-PM.png

דער יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, „ייִדיש ניו־יאָרק“, וועט הײַיאָר פֿאָרקומען סײַ אויפֿן אָרט סײַ דורך זום, פֿונעם 24סטן ביזן 29סטן דעצעמבער.

די לעקציעס, וואַרשטאַטן און קאָנצערטן וועלן דורכגעפֿירט ווערן בײַם מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה אין דרום־מאַנהעטן און עס וועט אויך זײַן אַ ייִדישע קונסט־אויסשטעלונג אינעם העלער־מוזיי אין „היברו יוניאָן קאָלעדזש“.

כאָטש די אָרגאַניזירער פֿון „ייִדיש ניו־יאָרק“ האַלטן נאָך בײַם פּלאַנירן די אַקטיוויטעטן, האָבן זיי שוין געמאָלדן די טעמעס פֿון אַ טייל סעסיעס. די קולטור־זשורנאַליסטקע רחל קאַפֿריסין וועט רעדן וועגן טראַדיציאָנעלע כּישוף־ און פֿאָלקס־ריטואַלן בײַ אַשכּנזישע פֿרויען; געװעזענע חרדים װעלן דערציילן װעגן זייערע איבערלעבונגען, און דזשאַש וואַלעצקי, אַנאַ העטקאָ און אַנדערע זינגער װעלן לערנען די קונסט פֿון פֿאָלקסגעזאַנג.

װי יעדעס יאָר װעלן פֿאָרקומען ייִדישע שפּראַכקלאַסן אויף פֿאַרשידענע ניװאָען, װאַרשטאַטן װוּ מע קען זיך לערנען װי צו שפּילן כּלי־זמר מוזיק און קאָנצערטן פֿון ייִדישער און כּלי־זמר־מוזיק.

כּדי זיך צו פֿאַשרײַבן אױף די סעסיעס אינעם לאָקאַל אָדער אויף זום, גיט אַ קוועטש דאָ.

The post Folk magic workshops and klezmer music at 2022 Yiddish New York Festival appeared first on The Forward.